25 און הגר איז דער בארג סיני אין אראביען, און איז גלייך צום איצטיקן ירושלים, ווארום זי איז אין קנעכטשאפט מיט אירע קינדער.
ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט.
אָ ירושלים, ירושלים, וואס טייט די נביאים און שטייניקט די, וואס זענען געשיקט צו איר! וויפל מאל האב איך שוין געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט!
און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!
וועלכע האבן אויך געזאגט: איר מענער פון גליל, וואס שטייט איר און קוקט ארויף צום הימל? דער דאזיקער יהושע/ישוע, וואס איז ארויפגענומען געווארן פון אייך אין הימל אריין, וועט אויף אזא אופן קומען, ווי איר האט אים געזען ארויפגיין אין הימל אריין.
און בין אפילו נישט ארויפגעגאנגען קיין ירושלים צו די, (וואס זענען געווען) שליחים פאר מיר, נאר בין אוועק קיין אראביען, און האב מיך ווידער אומגעקערט קיין דמשק.
די זאכן זענען א משל; ווארום דאס זענען צוויי בריתות (בונדן), איינער פונם בארג סיני, וואס מאכט געבוירן צו קנעכטשאפט, דאס איז הגר.
אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער.
ווארום איר זענט נישט געקומען צו קיין בארג, וואס מען קען אנרירן און וואס ברענט מיט פייער, און צו טונקלקייט און צו פינצטערניש און שטורם,