22 ווארום עס שטייט געשריבן, אז אברהם האט געהאט צוויי זין, איינעם פון דער דינסטמויד און איינעם פון דער פרייער (פרוי).
נאר דער פון דער דינסטמויד איז געבוירן געווארן לויטן פלייש, דער אבער פון דער פרייער (פרוי) דורך דער הבטחה.
נאר וואס זאגט דער פסוק? טרייב ארויס די דינסטמויד מיט איר זון; ווארום דער זון פון דער דינסטמויד וועט נישט ירשענען מיט דעם זון פון דער פרייער (פרוי). (בראשית כא, י.)
דעריבער, ברידער, זענען מיר נישט קינדער פון דער דינסטמויד, נאר פון דער פרייער (פרוי).