2 נאר איז אונטער אפוטרופסים און פארוואלטערס, ביז צו דער צייט פארויסגעזעצט פון דעם פאטער.
אויב איר בלייבט אין מיר, און מיינע ווערטער בלייבן אין אייך, מעגט איר בעטן וואס איר ווילט נאר, און עס וועט אייך געטאן ווערן.
ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה.
אזוי ארום איז די געזעץ געווארן אונדזער דערציער פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה.
איך זאג אבער, אז כל זמן דער יורש איז א קינד, אונטערשיידט ער זיך מיט גארנישט פון א קנעכט, הגם ער איז האר פון אלעם;
פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט;