18 עס איז אבער א גוטע זאך תמיד צו אייפערן צום גוטן, און נישט נאר בשעת מיין אנוועזנהייט ביי אייך.
זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן: דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט. (תהלים סט, י.)
דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.
נאר איר ווייסט, אז צוליב א שלאפקייט אינם לייב האב איך אייך דאס ערשטע מאל אנגעזאגט די גוטע בשורה;
זיי זענען אייפערדיק וועגן אייך, נישט צום גוטן; זיי ווילן נאר אייך אויסשליסן, כדי איר זאלט זיין אייפערדיק וועגן זיי.
איך וואלט איצט געוואלט זיין ביי אייך, און ענדערן מיין קול; ווייל איך בין אין ספק וועגן אייך.
נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,
דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש;
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה.