16 בין איך דערפאר געווארן אייער שונא, ווייל איך האב אייך געזאגט דעם אמת?
אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז.
אבער ווייל איך זאג דעם אמת, גלויבט איר מיר נישט.
נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן?
צו וועמען מיר האבן אפילו אויף קיין איין שעה נישט נאכגעגעבן מיט הכנעה; כדי דער אמת פון דער גוטער בשורה זאל פארבלייבן ביי אייך.
און וואו איז (אהינגעקומען) אייער געבענטשטקייט? ווארום איך זאג אייך עדות, אז אויב עס וואלט נאר מעגלעך געווען, וואלט איר זיך ארויסגענומען די אויגן און מיר געגעבן.
זיי זענען אייפערדיק וועגן אייך, נישט צום גוטן; זיי ווילן נאר אייך אויסשליסן, כדי איר זאלט זיין אייפערדיק וועגן זיי.
איר זענט גוט געלאפן; ווער האט אייך געהינדערט, אז איר זאלט נישט געהארכן דעם אמת?