Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




גאלאטער 4:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 איך בעט אייך, ברידער, זייט ווי איך בין, ווייל איך בין אויך ווי איר זענט. איר האט מיך גארנישט באעוולט;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




גאלאטער 4:12
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים.


נאר אויב עמיצער האט באטריבט, האט ער באטריבט נישט מיך, נאר טיילווייז אייך אלע—כדי איך זאל (אים) נישט צו שווער באלאסטן—


אונדזער מויל האט זיך אויפגעמאכט צו אייך, אָ קארינטער, אונדזער הארץ איז ברייט געווארן.


(גיט אונדז) אבער די זעלביקע פארגעלטונג—ווי צו קינדער רעד איך—ווערט אליין אויך ברייטהארציק.


נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן?


איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט.


נאר איר ווייסט, אז צוליב א שלאפקייט אינם לייב האב איך אייך דאס ערשטע מאל אנגעזאגט די גוטע בשורה;


פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה.


דער חסד פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח (זאל זיין) מיט אייער גייסט, ברידער. אמן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ