6 פונקט אזוי ווי אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים צוגערעכנט געווארן פאר גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.)
נאר אויך פאר אונדזערטוועגן, וועמען עס וועט פאררעכנט ווערן, וואס גלויבן אין אים, וועלכער האט אויפגעוועקט פון די טויטע יהושען/ישוען אונדזער האר,
אזוי ארום ווערן די, וואס זענען פון אמונה, געבענטשט צוזאמען מיט אברהמען דעם מאמין.
און עס איז דערפילט געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט (בראשית טו, ו.); און ער איז גערופן געווארן א פריינד פון ג‑ט. (ישעיהו מא, ח.)