18 ווארום אויב די ירושה איז דורך דער געזעץ, איז זי מער נישט דורך דער הבטחה; ה׳ אבער האט זי אברהמען געשענקט דורך א הבטחה.
און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.
איך בין נישט מבטל דעם חסד פון ה׳; ווארום אויב גערעכטפערטיקונג (איז) דורך דער געזעץ, דאן איז משיח געשטארבן אומזיסט.
ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)
די (מחמיר חומרא) געזעץ אבער איז נישט פון אמונה; נאר: ווער עס טוט זיי, דער וועט דורך זיי לעבן. (ויקרא יח, ה.)
און צו אברהמען זענען געזאגט געווארן די הבטחות און צו זיין זאמען. ער זאגט נישט: און צו זאמענס, ווי וועגן א סך; נאר ווי אויף א יחיד: און צו דיין זאמען (בראשית כב, יח.), וועלכער איז דער משיח.
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.
און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.