Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




גאלאטער 3:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 איך זאג אבער דאס דאזיקע: א בונד (ברית), פריער באשטעטיקט פון ה׳, קען די תורה, וועלכע איז געקומען פיר הונדערט און דרייסיק יאר שפעטער, נישט אפשאפן, אז די הבטחה זאל בטל ווערן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




גאלאטער 3:17
39 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.


און ה׳ האט צו אים אזוי גערעדט: אז זיין זאמען וועט זיין א גר אין א פרעמד לאנד, און מען וועט זיי פארקנעכטן און פייניקן פיר הונדערט יאר לאנג.


וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד


און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳?


און איך זאג דאס, ווייל יעדער איינער פון אייך זאגט: איך בין פון פוילוסן (ד.ה. פוילוס איז מיין רבי אא״וו.); און איך פון אפאלאסן; און איך פון כיפא; און איך פון דעם משיח.


ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.


וואס זשע איז עס דען וואס איך זאג? אז א קרבן צו אן אפג‑ט איז עפעס? אדער אז דער אפג‑ט (אליין) איז עפעס?


איך זאג אבער דאס דאזיקע, ברידער: די צייט איז קורץ, כדי פון איצט אָן זאלן די, וועלכע האבן פרויען, זיין, ווי זיי וואלטן נישט געהאט;


ווארום וויפל הבטחות פון ה׳ עס איז פאראן, אין אים איז דאס יא; דערפאר איז אויך דורך אים דער אמן, צו ה׳ס כבוד דורך אונדז.


(באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה.


ברידער, איך רעד (פשוט) ווי א מענטש: אפילו א מענטשנס באשטעטיקטע צוואה איז קיינער נישט מבטל אדער זעצט (עפעס) צו (דערצו).


צי איז דען דעריבער די געזעץ קעגן די הבטחות פון ה׳? חס ושלום! ווארום וואלט א געזעץ געגעבן געווארן, וועלכע וואלט געווען בכוח לעבעדיק צו מאכן, וואלט באמת די גערעכטיקייט געווען פון געזעץ.


איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש.


איר האט זיך אפגעריסן פונם משיח, איר, וועלכע ווילן גערעכטפערטיקט ווערן דורך דער מצוות זכות; איר זענט אפגעפאלן פון דעם חסד.


אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג‑ט אין דער וועלט.


דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל,


דאס דאזיקע זאג איך, כדי קיינער זאל אייך נישט איבעררעדן מיט גלאטע רייד.


זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד.


ווארום עס געשעט טאקע, אז א פריערדיק געבאט ווערט בטל צוליב זיין שוואכקייט און נוצלאזיקייט.


וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ