8 ווארום דער, וועלכער האט קרעפטיק געווירקט אין פעטרוסן אין דער שליחות צו די געמלטע, האט אויך קרעפטיק געווירקט אין מיר צווישן די אומות (העולם)—
איינעם, וואס זאל איבערנעמען דאס ארט פון דער דאזיקער עבודה און שליחות, פון וועלכער יהודה איז אפגעפאלן, כדי צו גיין אויף זיין אייגן ארט.
נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.
און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.
און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;
און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה.
און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.
א סך אבער וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן געגלויבט; און די צאל פון די מענער איז געווען אן ערך פינף טויזנט.
דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש.
דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.
אויב פאר אנדערע בין איך נישט קיין שליח, דאך פאר אייך בין איך יא; ווארום די חתימה פון מיין שליחות זענט איר אינם האר.
און ער, וועלכער גיט אייך דעם גייסט און טוט אויף צווישן אייך גבורות, (צי טוט ער עס דען) דורך ווערט פון תרי״ג זכות, אדער דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן?
פאר דעם צוועק באמיען איך מיך אויך און זיך געראנגלט לויט זיין כוח, וואס ווירקט אין מיר מיט גבורה.
און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן.