אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה.