Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




גאלאטער 2:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




גאלאטער 2:14
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא.


און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.


אזוי ווי מיר האבן געהערט, אז אייניקע פון אונדז האבן אייך באאומרואיקט מיט ווערטער, וואס פארשאפן אייך עגמת נפש; וועמען מיר האבן עס נישט באפוילן,


נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).


איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא.


שפעטער, אין דריי יאר ארום, בין איך ארויפגעגאנגען קיין ירושלים זיך צו באקענען מיט כיפא, און בין פארבלייבן ביי אים פיפצן טעג.


איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה;


דאך אפילו טיטוסן, וועלכער איז געווען מיט מיר, הגם א גריך, האט מען נישט געצוואונגען זיך צו לאזן מל זיין;


צו וועמען מיר האבן אפילו אויף קיין איין שעה נישט נאכגעגעבן מיט הכנעה; כדי דער אמת פון דער גוטער בשורה זאל פארבלייבן ביי אייך.


נאר להיפך, ווען זיי האבן געזען, אז מיר איז אנפארטרויט געווארן די גוטע בשורה צו די ערלים, פונקט אזוי, ווי פעטרוסן צו די געמלטע—


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


אלע, וואס ווילן מאכן א שיין פנים אינם פלייש, צווינגען אייך זיך צו לאזן מל זיין; בלויז כדי זיי זאלן נישט גערודפט ווערן פארן בוים פון משיח.


צוליב דער האפענונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה,


די חוטאים זאלסטו שטראפן פאר אלעמען, כדי אפילו די איבריקע זאלן מורא האבן.


און גלייכע שטעגלעך זאלט איר מאכן פאר אייערע פיס, כדי דאס לאמע זאל זיך נישט אפנייגן, נאר גיכער זאל עס געהיילט ווערן.


נאר זענען, מיט שפייזן און געטראנקען און פארשיידענע הלכות מקוואות, פליישלעכע דינים, און ארויפגעלייגט ביז צו דער צייט פון תיקון העולם.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ