10 רק, אז מיר זאלן געדענקען די ארעמעלייט, וואס איך האב מיך אויך געפלייסט דאס זעלבע צו טאן.
און נאך פיל יארן בין איך געקומען צו ברענגען נדבות צו מיין פאלק, און קרבנות;
און פארגעסט נישט צו טאן גוטס און אויסצוטיילן (צו ארעמעלייט); ווארום אזעלכע קרבנות זענען וואוילגעפעליק צו ה׳.
ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים?