9 אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, און איך זאג עס איצט ווידער: אויב עמיצער זאגט אייך אָן א בשורה אחוץ דער, וואס איר האט אנגענומען, זאל ער זיין אין חרם.
און נאך דעם ווי ער האט (דארטן) פארברענגט א געוויסע צייט, איז ער אוועק, און איז דורכגעגאנגען כסדר די געגנט פון גאלאטיען און פריגיען, שטארקנדיק אלע תלמידים.
און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס.
איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש;
און וועלנדיק דאס דאזיקע, האב איך דען ארויסגעוויזן לייכטזיניקייט? אדער די זאכן, וועלכע איך פלאן, צי פלאן איך דען לויטן פלייש, כדי עס זאל זיין ביי מיר (אין דער זעלביקער צייט) דאס יא, יא און דאס ניין, ניין?
ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג.
פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך.