און אייניקע פון די יידישע וואנדערער, בעלי שם, האבן אונטערגענומען אנצורופן דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע אויף די, וואס האבן געהאט בייזע גייסטער, אזוי צו זאגן: איך באשווער אייך ביי יהושען/ישוען, וועמען פוילוס רופט אויס!
און אלע, וואס האבן (אים) געהערט, זענען דערשטוינט געווארן, און האבן געזאגט: צי איז ער דען נישט דער דאזיקער, וואס פלעגט פארטיליקן אין ירושלים די, וועלכע האבן אנגערופן דעם דאזיקן נאמען? און איז אהערגעקומען פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי זיי אוועקצופירן אין קייטן צו די הויפט כהנים?
און ווען ער איז געקומען קיין ירושלים, האט ער געפרואווט זיך צו באהעפטן צו די תלמידים; און אלע האבן מורא געהאט פאר אים, נישט גלויבנדיק, אז ער איז א תלמיד.