11 ווארום איך מאך אייך באקאנט, ברידער, אז די גוטע בשורה, וואס ווערט אנגעזאגט פון מיר, איז נישט לויט א מענטשן.
אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.
ווארום איך האב עס בקבלה פון דעם האר, וואס איך האב אייך אויך איבערגעגעבן, אז דער האר יהושע/ישוע האט אין דער נאכט, אין וועלכער ער איז איבערגעגעבן געווארן, גענומען ברויט;
ווארום ווען איינער זאגט: איך בין פון פוילוסן; און אן אנדערער: איך בין פון אפאלאסן: זענט איר (דען) נישט (פשוטע) מענטשן?
איך רעד דאס פשוט ווי א מענטש? צי זאגט עס דען נישט אפילו די תורה?
פוילוס, א שליח, נישט פון מענטשן, נישט דורך א מענטשן, נאר דורך יהושע/ישוע המשיחן, און ג‑ט דעם פאטער, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע,
איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה;