Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




עפעזער 6:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 וויסנדיק, אז וואס פאר א גוטס יעדער איינער וועט נישט טאן, וועט ער דאס זעלביקע באקומען פונם האר, סאי קנעכט סאי פרייער מענטש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




עפעזער 6:8
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין.


פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.


גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט טאן אייער צדקה פאר לייטן, כדי פון זיי געזען צו ווערן; און אויב נישט, האט איר נישט קיין שכר ביי אייער פאטער, וואס איז אין הימל.


כדי דיין גמילות חסדים זאל בלייבן פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.


און דו וועסט זיין געבענטשט; ווייל זיי האבן נישט וואס דיר צו פארגעלטן; ווארום עס וועט דיר פארגעלטן ווערן אין דער אויפשטיין תחית המתים פון די צדיקים.


איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.


ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.


ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.


עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.


וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.


וויסנדיק, אז פון דעם האר וועט איר באקומען דעם שכר פון דער ירושה; ווארום איר דינט דעם האר משיח!


און ווער עס טוט אן עוולה, וועט ער באקומען דעם (עונש פאר דער) עוולה, וואס ער האט געטאן, און עס גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.


ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר.


האלטנדיק די חרפה פונם משיח פאר א גרעסער עשירות ווי די אוצרות פון מצרים, ווייל ער האט געבליקט אויף דער שכר פארגעלטונג.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ