5 איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח;
דאס ליכט פון דעם גוף איז דאס אויג.
קיינער קען נישט דינען צוויי הארן; מחמת אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן, און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן ביי איינעם, און דעם אנדערן פאראכטן. איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון.
מחמת אויך איך בין א מענטש, וואס שטייט אונטער דער ממשלה, האבנדיק אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום אהער! און ער קומט; און צו מיין קנעכט: טו דאס! און ער טוט עס.
און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן,
איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש;
און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש.
ווארום ווער עס איז בארופן געווארן אינם האר אלס א קנעכט, דער איז דעם הארס א באפרייטער (מענטש); פונקט אזוי איז דער, וועלכער איז בארופן געווארן אלס א פרייער (מענטש), א קנעכט פונם משיח.
ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.
און זיין הערצלעכע ליבע איז זייער גרויס צו אייך, ווען ער דערמאנט זיך אייער אלעמענס געהארכזאמקייט, ווי איר האט אים אויפגענומען מיט יראה און מיט ציטערן.
זאלן די פרויען זיין (אונטערטעניק) צו זייערע אייגענע מענער ווי צום האר,
זאל דער חסד זיין מיט אלע, וואס האבן ליב דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח מיט אן אומפארדארבלעכער ליבע. אמן.
דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש;
נישט מער ווי א קנעכט, נאר העכער פון א קנעכט, ווי א געליבטן ברודער, איבערהויפט פאר מיר, און וויפל מער פאר דיר סאי אין דעם פלייש סאי אין דעם האר.
צוקוקנדיק זיך אויף אייער לויטערן אויפפירונג מיט יראה.