14 דעריבער זאלט איר שטיין מיט אייערע לענדן ארומגעגארטלט מיט אמת, און אנגעטאן מיט דעם ברוסט שילד פון צדקות,
זאלן אייערע לענדן זיין אנגעגורט און אייערע ליכט ברענען;
די נאכט איז פארגאנגען און דער טאג האט זיך דערנענטערט; לאמיר זשע אראפווארפן די מעשים פון דער פינצטערניש און אנטאן די כלי‑זין פונם ליכט.
אין דעם ווארט פון אמת, אין דער גבורה פון ה׳; דורך די כלי זין פון גערעכטיקייט אויף רעכטס און לינקס,
ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—
צוליב דעם נעמט אייך די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט זיך קענען אקייגנשטעלן אין דעם בייזן טאג, און האבנדיק אלץ געטאן, צו בלייבן שטיין.
נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה.
דעריבער, אונטערגארטלענדיק די לענדן פון אייער פארשטאנד, זאלט איר זיין ניכטער, מיט אייער גאנצע האפענונג אויף דעם חסד, וואס ווערט אייך געברענגט אין דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;
און אזוי אָ האב איך געזען אין דעם חיזיון די פערד, און די, וואס זענען געזעסן אויף זיי, האבן געהאט ברוסט שילדן פייער רויטע און תכלת‑בלא און שוועבל געלבען; און די קעפ פון די פערד זענען געווען ווי קעפ פון לייבן, און אויס זייערע מיילער גייט ארויס פייער און רויך און שוועבל.
און זיי האבן געהאט פאנצערס ברוסט שילדן, ווי פאנצערס ברוסט שילד פון אייזן; און דאס גערויש פון זייערע פליגל איז געווען ווי דאס גערויש פון רייטוועגן, בשעת א סך פערד לויפן אין א מלחמה.