Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




עפעזער 6:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




עפעזער 6:10
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך.


צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.


און ווי אומפארגלייכלעכע גרויסקייט זיין מאכט איז לגבי אונדז, די מאמינים, לויט דער ווירקונג פון זיין מעכטיקן כוח,


אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט;


ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג.


איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.


צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן.


געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה;


דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.


און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;


אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.


און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.


איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן).


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ