6 זאל אייך קיינער נישט פארפירן מיט פוסטע רייד; ווארום דורך די דאזיקע קומט ה׳ס צארן אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט.
מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע.
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: זעט, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן!
ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.
און יהושע/ישוע האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן.
ווארום ה׳ס צארן אנטפלעקט זיך פון הימל אויף יעדער רשעות און עולה פון מענטשן, וואס האלטן דעם אמת אין אומגערעכטיקייט;
זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל,
דאס דאזיקע זאג איך, כדי קיינער זאל אייך נישט איבעררעדן מיט גלאטע רייד.
גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;
צוליב וועלכע דער גרימצארן פון ה׳ קומט אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט;
זאל אייך קיינער נישט פארפירן בשום אופן; ווייל (ער וועט נישט קומען) אויב עס וועט נישט קודם כל קומען די אפפאלן כפירה (פון אמונה), און דער מענטש פון זינד וועט אנטפלעקט ווערן, דער בן האבדון,
לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט.
און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.
און: און אן אבן נגף און צור מיכשול. (ישעיהו ח, יד.) זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן.
געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין.