17 צוליב דעם זאלט איר נישט זיין נאריש, נאר איר זאלט פארשטיין וואס דעם האר (ג‑טס) רצון איז.
ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
גיט זשע גוט אכטונג וויאזוי איר לעבט, נישט ווי נאראנים, נאר ווי חכמים;
דערפאר אויך מיר, פון דעם טאג אָן, ווען מיר האבן עס געהערט, אויפהערן מיר נישט אויף תפילה צו טאן פאר אייערטוועגן און צו בעטן, אז איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט דער דערקענטעניש פון זיין רצון אין יעדער חכמה און רוחניותדיקער פארשטענדיקייט,
פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט.
זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן.
כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף.