32 ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.
און פארגיב אונדז אונדזערע חובות, ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.
און ווען איר האט זיך אוועקגעשטעלט און זענט מתפלל, זאלט איר מוחל זיין, אויב איר האט עפעס קעגן וועמען; כדי אויך אייער פאטער אין הימל זאל אייך מוחל זיין אייערע עבירות.
דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג‑ט, דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז,
און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון.
און ווען ער זאל זינדיקן זיבן מאל אין טאג קעגן דיר, און זיבן מאל זיך אומקערן צו דיר, אזוי צו זאגן: איך האב חרטה; זאלסטו אים פארגעבן.
איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.
און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן;
און די בארבארן האבן אונדז ארויסגעוויזן אן אויסערגעוויינלעכע מענטשלעכקייט; ווארום זיי האבן אנגעצונדן א פייער און אונדז אלעמען אויפגענומען צוליב דעם רעגן, וואס האט געהאלטן אין איין פאלן און צוליב דער קעלט.
האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;
די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן;
און וועמען איר זענט מוחל, בין איך אויך (מוחל); ווארום וואס איך האב אויך מוחל געווען, האב איך עס מוחל געווען צוליב אייך פאר דעם משיח,
אזוי, אז להיפך איר זאלט אים ליבער מוחל זיין און טרייסטן, כדי דער זעלביקער זאל נישט פארזינקען אין איבערמאסיקן צער.
אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין צוריקגעהאלטנקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע,
גייט דעריבער אין די דרכים פון ה׳, ווי געליבטע קינדער;
זע, מיר האלטן פאר געבענטשט די, וועלכע האבן אויסגעהאלטן סבלנותדיק; איר האט (דאך) געהערט פון איובס סבלנות, און געזען דעם סוף פון דעם האר, אז דער האר (ג‑ט) איז א רחום וחנון (איוב מב, י-יב.)
און צו יראת שמים די ברידערלעכקייט; און צו דער ברידערלעכקייט די ליבע.
ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.)
איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען.