21 אויב איר האט באמת פון אים געהערט און זענט געלערנט געווארן אין אים—ווי דער אמת איז אין יהושען/ישוען—
און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!
ווער עס הערט אייך, דער הערט מיך, און ווער עס פארווארפט אייך, דער פארווארפט מיך; ווער אבער עס פארווארפט מיך, דער פארווארפט אים, וואס האט מיך געשיקט.
ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.
מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך;
דעם גייסט פון אמת, וואס די וועלט קען אים נישט אויפנעמען, מחמת זי זעט אים נישט און קען אים נישט; איר קענט אים יא, ווייל ער בלייבט ביי אייך און וועט זיין אין אייך.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
וויאזוי זשע זאלן זיי אנרופן אים, אין וועמען זיי האבן נישט געגלויבט? און וויאזוי זאלן זיי גלויבן אין אים, פון וועמען זיי האבן נישט געהערט? און וויאזוי זאלן זיי הערן אָן א בעל דרשן?
ווארום וויפל הבטחות פון ה׳ עס איז פאראן, אין אים איז דאס יא; דערפאר איז אויך דורך אים דער אמן, צו ה׳ס כבוד דורך אונדז.
אזוי געוויס ווי משיחס אמת איז אין מיר, אז די דאזיקע בארימונג וועט מיר קיינער נישט פארווערן אין די געגנטן פון אכאיא.
אין וועמען אויך איר, האבנדיק געהערט דאס ווארט פון אמת—די גוטע בשורה פון אייער ישועה—אין וועמען אויך ווערנדיק מאמינים, איר זענט פארחתמעט געווארן דורך דעם גייסט פון דער הבטחה—דעם רוח הקודש,
און איז געקומען און מבשר געווען שלום צו אייך, די ווייטע און שלום צו אייך, די נאנטע;
צוליב דער האפענונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה,
וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;
איינגעווארצלט און אויפגעבויט אין אים, און געגרונטפעסטיקט אין דער אמונה, לויט ווי איר זענט געלערנט געווארן, און מיט א שפע פון לויב.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.