11 און האט געגעבן אייניקע פאר שליחים, און אייניקע פאר נביאים, און אייניקע פאר מבשרים, און אייניקע פאר פאסטוכער און מלמדים;
און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול.
היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.
און צומארגנס זענען מיר ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען קיין קיסריה; און זענען אריינגעגאנגען אין דעם הויז פון פיליפוס דעם מבשר, איינער פון די זיבן, און איינגעשטאנען ביי אים.
אויב באדינען, אין דער באדינונג; אויב א לערנער, אין דער לערנונג;
די מתנות אבער זענען פארשיידן, נאר דער גייסט איז דער זעלביקער.
אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין;
וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט,
דערפאר זאגט ער: ווען ער איז ארויפגעגאנגען אינדערהויך, האט ער געפאנגענשאפט גענומען געפאנגען און געגעבן מתנות צו די מענטשן. (תהלים סח, יט.)
דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.
ווארום נאך דער צייט האט איר שוין באדארפן זיין מלמדים, נויטיקט איר זיך גאר, אז מען זאל אייך ווידער לערנען וואס עס זענען די יסודותדיקע כללים פון דעם אנהויב פון ה׳ס אנטפלעקונגען, און זענט געווארן אזעלכע, וואס נויטיקן זיך אין מילך, נישט אין שטארקע מאכלים.
איר אבער, געליבטע, געדענקט די ווערטער, וואס זענען פארויסגעזאגט געווארן פון די שליחים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח;
פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.
און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע.