ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;
כדי זייערע הערצער זאלן געטרייסט ווערן, צונויפגעקניפט אין ליבע און צו דער גאנצער עשירות פון דער פולער געוויסהייט פונם פארשטאנד, כדי זיי זאלן וויסן דעם סוד פון ה׳ און פון דעם משיח,
דורך סילוואנוסן, דעם געטרייען ברודער, אזוי רעכן איך, האב איך אייך קורץ געשריבן, אייך מזהיר צו זיין און עדות צו זאגן, אז דאס איז דער ווארהאפטיקער חסד פון ה׳, אין וועלכן איר שטייט.