14 צוליב דעם בויג איך מיינע קני פאר דעם פאטער,
און אליין האט ער זיך פון זיי דערווייטערט (א שטח) אזוי ווי א שטיינוואורף; און האט אנידערגעקניט און תפילה געטאן,
און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער גענייגט זיינע קניען, און מתפלל געווען מיט זיי אלעמען.
און ווען מיר האבן געהאט געענדיקט די טעג, זענען מיר ארויסגעגאנגען און אוועקגעפארן; און אלע האבן אונדז באגלייט מיט די פרויען און קינדער ביז אויסער דער שטאט; און מיר האבן געקניט אויפן ים ברעג און תפילה געטאן;
און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.
פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וואס האט אונדז געבענטשט מיט יעדער רוחניותדיקער ברכה אין די הימלישע ערטער אינם משיח;
פון וועמען אלע משפחות אין הימל און אויף דער ערד ווערן אנגערופן (מיט א נאמען),
כדי אין דעם נאמען יהושע/ישוע זאל זיך בייגן יעדע קני, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד און אונטער דער ערד,