9 נישט פון מעשים (טובים), כדי קיינער זאל זיך נישט בארימען.
אויב אבער דורך חסד, איז נישט מער פון מעשים; ווייל חסד וואלט דאן נישט מער געווען חסד.
צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד.
ווארום אויב אברהם איז גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים (טובים), האט ער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען, אבער נישט פאר ה׳.
איידער זיי זענען נאך געבוירן געווארן און האבן נאך נישט געהאט געטאן עפעס גוטס אדער שלעכטס, כדי ה׳ס ציל זאל באשטיין לויט זיין אויסדערוויילן, נישט דורך מעשים (טובים), נאר דורך אים, וואס רופט
אזוי ארום איז עס נישט אפהענגיק פון דעם, וואס וויל און נישט פון דעם, וואס לויפט, נאר פון דעם אל רחום.
וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,