21 אין וועמען די גאנצע געביידע איז צוזאמענגעפאסט און וואקסט אויס צו א בית המקדש אין דעם האר (ג‑ט);
ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.
און וואס פאר א פארבינדונג האט ה׳ס היכל מיט אפג-טער? ווארום מיר זענען דער היכל פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ווי ה׳ האט געזאגט: איך וועל וואוינען צווישן זיי און אומגיין צווישן זיי; און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק. (ויקרא כו, יא-יב; יחזקאל לז, כז.)
און האלט זיך נישט ביי דעם קאפ, פון וועלכן דער גאנצער גוף, דורך די געלענקען און פארבינדונגען, פארזארגט און צוזאמענגעהאלטן, וואקסט מיט דעם וואוקס פון ה׳.
און אויב איך וועל מיך פארזאמען, כדי דו זאלסט וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין ה׳ס הויז, וועלכעס איז די קהלה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זייל און פונדאמענט פונם אמת.