Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




עפעזער 2:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 בטל מאכנדיק די געזעץ פון מצוות און חוקות; כדי אין זיך אליין צו באשאפן פון די צוויי איין נייעם מענטשן, (און אזוי) מאכנדיק שלום;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




עפעזער 2:15
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!


ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)


עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.


ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג.


ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.


ווארום ער איז אונדזער שלום, וועלכער האט געמאכט די ביידע איינס און האט צעשטערט די אפשיידנדיקע מחיצה, די שנאה, מיט זיין אייגן לייב,


און צו מאכן שלום די ביידע אין איין גוף צו ה׳ דורך דעם בוים, טייטנדיק די שנאה דורך אים;


פון וועמען דער גאנצער גוף, זייענדיק צוזאמענגעפאסט און צוזאמענגעבונדן, דורך אלע געלענקען, וואס (איינס) העלפט (דאס אנדערע), וואס לויט דעם כוח אין מאס פון יעדן אבר באזונדער, מאכט וואקסן דעם גוף, זיך אויפצובויען אין ליבע.


אויסמעקנדיק דאס כתב מיט די געזעצן, וואס איז געווען קעגן אונדז, וואס איז געווען פיינטלעך צו אונדז, און האט עס אוועקגענומען פון אונדזער מיט, צונאגלענדיק עס צום בוים;


אויב איר זענט געשטארבן מיט משיחן לגבי די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, פארוואס, ווי לעבנדיק אין דער וועלט, אונטערטעניקט איר זיך צו געזעצן:


און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער;


וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.


און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.


וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן;


און דערמיט, וואס ער זאגט א נייעם (ציטירן ניטציטירן), האט ער אלט געמאכט דעם ערשטן (בונד, ברית); דאס אלטע און פארעלטערטע אבער איז נאענט פארשווונדן צו ווערן.


דעריבער איז עס טאקע געווען נויטווענדיק, אז די מוסטערן פון די הימלישע זאכן זאלן גערייניקט ווערן מיט די דאזיקע, אבער די הימלישע זאכן אליין מיט בעסערע קרבנות, ווי די דאזיקע.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ