Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




עפעזער 2:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 ווארום ער איז אונדזער שלום, וועלכער האט געמאכט די ביידע איינס און האט צעשטערט די אפשיידנדיקע מחיצה, די שנאה, מיט זיין אייגן לייב,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




עפעזער 2:14
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש און אין שאטן פון טויט, צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.


כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!


און אנדערע שאף האב איך, וואס זענען נישט פון דעם דאזיקן הויף; זיי מוז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קול; און עס וועט ווערן איין סטאדע, איין פאסטוך.


און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם.


דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.


און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא.


דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—


זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח,


עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.


בטל מאכנדיק די געזעץ פון מצוות און חוקות; כדי אין זיך אליין צו באשאפן פון די צוויי איין נייעם מענטשן, (און אזוי) מאכנדיק שלום;


און איז געקומען און מבשר געווען שלום צו אייך, די ווייטע און שלום צו אייך, די נאנטע;


פון וועמען אלע משפחות אין הימל און אויף דער ערד ווערן אנגערופן (מיט א נאמען),


פון וועמען דער גאנצער גוף, זייענדיק צוזאמענגעפאסט און צוזאמענגעבונדן, דורך אלע געלענקען, וואס (איינס) העלפט (דאס אנדערע), וואס לויט דעם כוח אין מאס פון יעדן אבר באזונדער, מאכט וואקסן דעם גוף, זיך אויפצובויען אין ליבע.


און דורך אים צו שלום מאכן מיט אלץ מיט זיך אליין, האבנדיק געמאכט שלום דורך דעם (כפרה) בלוט פון זיין בוים—דורך אים, סאי דאס, וואס אויף דער ערד, סאי דאס, וואס אין הימל.


אויב איר זענט געשטארבן מיט משיחן לגבי די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, פארוואס, ווי לעבנדיק אין דער וועלט, אונטערטעניקט איר זיך צו געזעצן:


וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.


און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.


און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,


צו וועמען אברהם האט אויסגעטיילט מעשר פון אלעם—ערשטנס באטייט זיין נאמען קעניג פון גערעכטיקייט (ציטירן ניטציטירן) און דערנאך אויך מלך שלם (ציטירן ניטציטירן), דאס הייסט קעניג פון פרידן (ציטירן ניטציטירן); (בראשית יד, יח-כ.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ