Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




קאלאסער בריוו 4:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




קאלאסער בריוו 4:5
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן.


און ער האט צו זיי געזאגט: אייך איז געגעבן געווארן דער סוד פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו יענע אבער אינדרויסן ווערט אלץ געטאן אין משלים;


ווארום אייער געהארכזאמקייט איז אלעמען באקאנט. דעריבער פריי איך מיך איבער אייך; נאר איך וויל, אז איר זאלט זיין חכמים וואס שייך דעם גוטן און תמימים וואס שייך דעם שלעכטן.


זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳.


כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.


און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ.


אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.


ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


אויך אזוי, איר פרויען, זייט אונטערטעניק צו אייערע אייגענע מענער; כדי אפילו אויב אייניקע זענען אומגעהארכזאם צום ווארט, זאלן זיי געוואונען ווערן אָן א ווארט דורך דעם אויפפירונג פון זייערע ווייבער,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ