18 דער גרוס מיט מיין אייגענער האנט, פון (מיר) פוילוס. געדענקט מיינע קייטן. זאל דער חסד זיין מיט אייך. אמן.
און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.
איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר.
גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום.
דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט.
זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.
ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה.
תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן;
דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט, וואס איז א סימן אין יעדן בריוו; אזוי שרייב איך.
צו וועלכער אייניקע האבן זיך דערקלערט און האבן פארבלאנדזשעט פון דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך.
דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳,
זאל דער האר זיין מיט דיין גייסט. דער חסד מיט אייך.
גיב אפ שלום צו די, וועלכע האבן אונדז ליב אין דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען.
זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען. אמן.
געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.