2 טראכט פון דעם, וואס איז אויבן, נישט פון דעם, וואס איז אויף דער ערד.
ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו פעטרוסן: אוועק פון מיר, שׂטן, דו ביסט א מיכשול פאר מיר; ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס געהערט צו ה׳, נאר דאס, וואס געהערט צו מענטשן!
זאמלט אייך נישט איין קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מילב און זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן אונטער און גנבענען אוועק.
ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן.
דעריבער אויב איר זענט נישט געווען געטריי אין דעם אומגערעכטן ממון, ווער וועט אייך אנפארטרויען דאס אמתע?
און פון ביידע זייטן בין איך אין א פארלעגנהייט, האבנדיק דעם פארלאנג נפטר צו ווערן און צו זיין מיט משיחן, ווייל עס איז פיל בעסער;
דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער זייט.
טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;