19 איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי.
אויב עמיצער קומט צו מיר און האסט נישט זיין פאטער און מוטער און דאס ווייב און די קינדער און די ברידער און די שוועסטער, און דערצו אויך זיין אייגן לעבן, קען ער נישט זיין מיין תלמיד.
וועמעס מויל איז פול מיט פלוך און ביטערקייט (תהלים י, ז.);
יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות;
איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר,
דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.
טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, כדי זיי זאלן נישט פארלירן דעם מוט.
אויב אבער איר האט ביטערע קנאה און צאנקעריי אין אייער הארץ, זאלט איר זיך נישט בארימען, און זייט נישט פאלש צום אמת.
אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.