18 איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר.
און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן.
איך וויל אייך אבער לאזן וויסן, אז דער קאפ פון יעדן מאן איז דער משיח; און דער קאפ פון דער פרוי איז דער מאן; און דער קאפ פון דעם משיח איז ה׳.
אזוי זאלן די פרויען שווייגן אין די קהלות; ווארום זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן, נאר זאלן זיין אונטערטעניק, פונקט ווי אויך די תורה זאגט.
זאלן די פרויען זיין (אונטערטעניק) צו זייערע אייגענע מענער ווי צום האר,
זנות אבער און יעדע טומאה אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע;
ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט—
און איך גיב נישט קיין פרוי רשות צו זיין מלמד תורה און נישט צו הערשן איבער (איר) מאן, נאר צו זיין שטיל.