23 אזעלכעס האט נאר דעם שיין פון חכמה אין א דינען פון דעם ווילן און אין א שיפלות און אין א פייניקן דאס לייב, עס האט אבער נישט קיין ווערט קעגן דער באפרידיקונג פון דעם פלייש.
נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.
ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה;
זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל,
דאס אלץ ווערט פארדארבן דורכן געברויך—לויט די מצוות און לערנונגען פון מענטשן?
גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;
פארווערנדיק חתונה צו האבן, און (באפעלנדיק) מען זאל זיך צוריקהאלטן פון (געוויסע) מאכלים, וועלכע ה׳ האט באשאפן צום געניסן מיט דאנק פאר די מאמינים און וואס האבן דערקענט דעם אמת.
ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא.