Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




קאלאסער בריוו 2:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 און אפוואפענען די מאכטן און ממשלות, האט ער זיי געמאכט עפנטלעך צו שפאט, טריומפירנדיק איבער זיי אין אים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




קאלאסער בריוו 2:15
25 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.


ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל.


ווען אבער א שטארקערער פון אים קומט און באזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כלי זין, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאזט, און וועט צעטיילן זיין רויב.


און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן.


און ווען יהושע/ישוע האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה.


נאך דעם דער קץ, ווען ער וועט איבערגעבן דאס קעניגרייך צו ג‑ט דעם פאטער; ווען ער וועט בטל מאכן יעדע ממשלה און יעדע הערשאפט און מאכט.


א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


כדי איצט זאל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאכטן אין די הימלישע ערטער דורך דער קהלה די פילפאכיקע חכמה פון ה׳,


דערפאר זאגט ער: ווען ער איז ארויפגעגאנגען אינדערהויך, האט ער געפאנגענשאפט גענומען געפאנגען און געגעבן מתנות צו די מענטשן. (תהלים סח, יט.)


ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער.


ווייל אין אים איז באשאפן געווארן אלץ, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד, די זיכטבארע זאכן און די אומזיכטבארע, סאי טראנען, סאי הערשאפטן, סאי מאכטן, סאי ממשלות; אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן, און פאר זיינעטוועגן;


און איר זענט אנגעפילט אין אים, וועלכער איז דער קאפ פון יעדער ממשלה און מאכט;


דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן,


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ