Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




קאלאסער בריוו 1:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 דערפאר אויך מיר, פון דעם טאג אָן, ווען מיר האבן עס געהערט, אויפהערן מיר נישט אויף תפילה צו טאן פאר אייערטוועגן און צו בעטן, אז איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט דער דערקענטעניש פון זיין רצון אין יעדער חכמה און רוחניותדיקער פארשטענדיקייט,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




קאלאסער בריוו 1:9
35 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין.


פעטרוס איז דעריבער באוואכט געווארן אין דעם געפענקעניש, און די קהלה האט זייער ערנסט מתפלל געווען פאר אים צו ה׳.


און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.


אז אין אלעם זענט איר רייך געווארן אין אים, אין יעדן ווארט און אין יעדן וויסן;


וואס ער האט פארמערט לגבי אונדז אין יעדער חכמה און פארשטענדיקייט,


און פרובירט אויס וואס עס איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר (ג‑ט);


צוליב דעם זאלט איר נישט זיין נאריש, נאר איר זאלט פארשטיין וואס דעם האר (ג‑טס) רצון איז.


דינענדיק נישט בלויז פארן אויג, ווי איר וואלט געוואלט מענטשן געפעלן, נאר ווי משיחס קנעכט, וואס טאן ה׳ס רצון פונם הארצן;


אלעמאל אין אלע מיינע תפילות פאר אייך אלעמען—תפילה טוענדיק מיט פרייד—


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳.


עס גיט אייך אפ שלום עפאפראס, וועלכער איז פון אייך, א קנעכט פון דעם משיח יהושע/ישוע, תמיד ראנגלענדיק זיך פאר אייערטוועגן אין זיינע תפילות, כדי איר זאלט שטיין פולקום און פעליק געוויס אין דעם גאנצן רצון פון ה׳.


פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט.


דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;


דערפאר טאן מיר אויך תמיד מתפלל זיין פאר אייערטוועגן, כדי אונדזער ג‑ט זאל אייך מאכן ראוי פון דעם רוף, און דערפילן מיט מאכט יעדן באגער (אייערן) צום גוטן; און (יעדע) טאט פון אמונה;


איך דאנק ה׳ אין יעדער צייט, דערמאנענדיק דיך אין מיינע תפילות,


כדי די חברותאשאפט פון דיין אמונה זאל ווערן ווירקזאם אין דער דערקענטעניש פון אלעם גוטן, וואס איז אין אונדז, צום משיח.


ווארום איר נויטיקט זיך אין סבלנות, כדי ווען איר וועט האבן געטאן ה׳ס רצון, זאלט איר באקומען די הבטחה.


זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.


אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן;


כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף.


און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק.


און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ