25 וועמעס משרת איך בין געווארן לויט ה׳ס פלאן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן פאר אייך, צו דערפילן ה׳ס ווארט,
וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן.
ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט.
אויב איר האט געהערט פון דער פארוואלטונג פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פאר אייערטוועגן,
פון וועלכער איך בין געווארן א משרת לויט דער מתנה פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן לויט דער ווירקונג פון זיין גבורה;
אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.
און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה,
אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;