22 האט ער איצט שלום מאכן אין דעם גוף פון זיין פלייש דורך דעם טויט, כדי אייך פארצושטעלן פאר אים הייליק און אָן א מום און אומשולדיק;
אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג.
אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳.
ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח.
וויסנדיק, אז דער וועלכער האט אויפגעוועקט דעם האר יהושע/ישוע (פון די טויטע), וועט אונדז אויך אויפוועקן צוזאמען מיט יהושען/ישוען און שטעלן מיט אייך.
און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום;
לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע;
כדי ער זאל אוועקשטעלן פאר זיך די קהלה א הערלעכע, וואס האט נישט קיין פלעק אדער קנייטש אדער עפעס דאס גלייכן, נאר אז זי זאל זיין הייליק און אָן א פעלער.
פון אים דרשענען מיר, מזהיר זייענדיק יעדן מענטשן און לערנענדיק יעדן מענטשן מיט יעדער חכמה, כדי מיר זאלן אפערשטעלן יעדן מענטשן ווי שלמותדיק אינם משיח;
ווייל דער האר איז זיך נוקם אין אלע די דאזיקע פאלן, ווי מיר האבן עס אייך פריער געזאגט און אויסדריקלעך געווארנט. ווארום ה׳ האט אונדז נישט גערופן צו טומאה, נאר צו קדושה.
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
אין וועלכן רצון מיר זענען געהייליקט געווארן דורך דעם מקריב זיין פון דעם קערפער פון יהושע/ישוע המשיחן איינמאל פאר אלעמאל.
פון (יהדות) דרך (ה׳), וועלכן ער האט פאר אונדז איינגעווייט, א נייעם און לעבעדיקן דורך דעם פרוכת, דאס הייסט זיין פלייש,
זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
ווייל אפילו משיח איז איינמאל געשטארבן פאר אונדזערע זינד, דער צדיק פאר די רשעים, כדי ער זאל אונדז ברענגען צו ה׳; און איז געטייט געווארן לויט דעם פלייש, אבער לעבעדיק געמאכט געווארן אין דעם גייסט;
דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים.
און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד,