20 און דורך אים צו שלום מאכן מיט אלץ מיט זיך אליין, האבנדיק געמאכט שלום דורך דעם (כפרה) בלוט פון זיין בוים—דורך אים, סאי דאס, וואס אויף דער ערד, סאי דאס, וואס אין הימל.
און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד.
כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!
און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,
זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח,
כדי אין דער פארוואלטונג פון דער פולקייט פון די צייטן איינצוזאמלען אינם משיח אלץ, וואס איז אויף די הימלען און אויף דער ערד;
כדי אין דעם נאמען יהושע/ישוע זאל זיך בייגן יעדע קני, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד און אונטער דער ערד,
ווייל אין אים איז באשאפן געווארן אלץ, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד, די זיכטבארע זאכן און די אומזיכטבארע, סאי טראנען, סאי הערשאפטן, סאי מאכטן, סאי ממשלות; אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן, און פאר זיינעטוועגן;
צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.