Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




קאלאסער בריוו 1:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און זאלט דאנקען דעם פאטער, וועלכער האט אונדז מזכה געווען צו דעם חלק פון דער ירושה פון די הייליקע אין ליכט,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




קאלאסער בריוו 1:12
50 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן!


זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.


נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים.


און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע.


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,


ווארום עס איז זיי וואוילגעפעלן, און זיי זענען זייערע בעלי חוב. ווייל אויב די אומות העולם האבן א חלק אין זייערע רוחניותדיקע זאכן, זענען זיי מחייב זיי צו דינען אין גשמיותדיקע זאכן.


און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.


און כדי באקאנט צו מאכן די עשירות פון זיין כבוד אויף די געפעסן פון בארעמהארציקייט, וועלכע ער האט פארויס צוגעגרייט צו כבוד,


דאך פאר אונדז—נאר איין ג‑ט, דער פאטער, פון וועמען אלץ איז, און מיר פאר אים; און איין האר, יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען אלץ איז, און מיר דורך אים.


און אלץ טו איך צוליב דער גוטער בשורה, כדי איך זאל האבן א חלק אין איר.


און עס איז נישט קיין וואונדער; ווייל דער שׂטן אליין פארקליידט זיך פאר א מלאך פון ליכט.


און דער, וועלכער האט אונדז צוגעגרייט דערצו, איז ה׳, וואס האט אונדז אויך געגעבן דעם ערבון פון דעם גייסט.


אין אים, אין וועמען אויך מיר זענען געווארן יורשים, פארויס באשטימט לויט דער כוונה פון אים, וואס ווירקט אלץ לויט דער עצה פון זיין רצון;


אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע,


ווייל דורך אים האבן מיר, די ביידע, דעם צוטריט אין איין גייסט צום פאטער.


אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,


איין ג‑ט און פאטער פון אלעמען, וועלכער איז איבער אלעמען און דורך אלעמען און אין אלעמען.


און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינצטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן;


גיט אלעמאל אפ א שבח צו ג‑ט און דעם פאטער פאר אלעם אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח;


אויך נישט קיין ניבול‑פה און נארישע רייד אדער צוויידייטיקע וויצן, וואס פאסן זיך נישט; נאר ליבער (זאלט איר אפגעבן) א שבח.


ווארום אמאל זענט איר געווען פינצטערניש, איצט אבער (זענט איר) ליכט אין דעם האר, פירט זשע זיך אויף ווי קינדער פונם ליכט—


כדי זייערע הערצער זאלן געטרייסט ווערן, צונויפגעקניפט אין ליבע און צו דער גאנצער עשירות פון דער פולער געוויסהייט פונם פארשטאנד, כדי זיי זאלן וויסן דעם סוד פון ה׳ און פון דעם משיח,


און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.


און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.


צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים,


דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,


ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;


מיט איר לויבן מיר דעם האר (ג‑ט) און פאטער; און מיט איר פלוכן מיר די מענטשן, וועלכע זענען באשאפן געווארן אין ה׳ס געשטאלט.


די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן:


וואס מיר האבן געזען און געהערט, דאס זאגן מיר אייך אָן, כדי אויך איר זאלט האבן חברותאשאפט מיט אונדז; און אונדזער חברותאשאפט איז מיט דעם פאטער און מיט זיין זון יהושע/ישוע המשיח;


און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.)


וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין.


און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ