נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.
און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו.
און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער.