און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.
און ווען יהושע/ישוע איז געקומען אין די געגנטן פון קסריה פון פיליפוס, האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די מענטשן, אז דער בר אנש איז?
און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—