28 און ער איז געווען מיט זיי, א יוצא ונכנס אין ירושלים, אויפטרעטנדיק מיט דרייסטקייט אין דעם הארס נאמען;
איך בין די טיר; ווער עס וועט אריינגיין דורך מיר, דער וועט געראטעוועט ווערן; און וועט אריינגיין און ארויסגיין, און געפינען פאשע.
עס איז דעריבער נויטווענדיק, אז איינער פון די דאזיקע מענער, וואס האבן אונדז באגלייט די גאנצע צייט, אין וועלכער דער האר יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען און ארויסגעגאנגען צווישן אונדז,
און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען.
און איצט אָ האר, קוק אויף זייערע דראונגען, און גיב דיינע קנעכט צו רעדן דיין ווארט מיט א פולן דרייסטקייט,
און האט גערעדט און זיך מתווכח געווען מיט גריכישע יידן; זיי אבער האבן געזוכט אים א מעשה אנצוטאן.
שפעטער, אין דריי יאר ארום, בין איך ארויפגעגאנגען קיין ירושלים זיך צו באקענען מיט כיפא, און בין פארבלייבן ביי אים פיפצן טעג.