Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די שליחים געשיכטע 9:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 בר‑נבא אבער האט אים גענומען, און אוועקגעפירט צו די שליחים, און זיי דערציילט, וויאזוי ער האט געזען דעם האר אויפן וועג, און אז ער האט צו אים גערעדט, און ווי ער האט מיט דרייסטקייט גערעדט אין דמשק אין ישועס נאמען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די שליחים געשיכטע 9:27
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די זאך וועגן זיי איז געהערט געווארן אין די אויערן פון דער קהילה, וועלכע איז געווען אין ירושלים, און זיי האבן ארויסגעשיקט בר‑נבאן קיין אנטיאכיען;


און ער איז ארויסגעגאנגען קיין טרסוס אויפצוזוכן שאולן;


און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.


און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן.


און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.


און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען.


און איצט אָ האר, קוק אויף זייערע דראונגען, און גיב דיינע קנעכט צו רעדן דיין ווארט מיט א פולן דרייסטקייט,


און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין,


און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.


און האט גערעדט און זיך מתווכח געווען מיט גריכישע יידן; זיי אבער האבן געזוכט אים א מעשה אנצוטאן.


און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד.


אדער בין איך עס אליין און בר‑נבא, וואס מיר האבן נישט קיין רשות נישט צו ארבעטן?


און צוזאמען מיט אים האבן זיך אויך די איבריקע יידן פארשטעלט, אזוי, אז אפילו בר‑נבא איז פארפירט געווארן פון זייער צביעות.


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ