25 זיינע תלמידים אבער האבן אים גענומען ביינאכט, און אראפגעלאזט פון דער שטאטמויער, אראפנידערנדיק אים אין א קארב.
און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך האט מען אויפגעהויבן, זיבן גרויסע קערב.
און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.
נאר זייער פארשווערונג איז באקאנט געווארן צו שאולן. און זיי האבן אפילו באוואכט די טויערן בייטאג און ביינאכט, כדי אים צו טייטן.
און ווען ער איז געקומען קיין ירושלים, האט ער געפרואווט זיך צו באהעפטן צו די תלמידים; און אלע האבן מורא געהאט פאר אים, נישט גלויבנדיק, אז ער איז א תלמיד.
און מען האט מיך אראפגעלאזט דורך א פענצטער אין א קארב איבער דער מויער, און איך בין אנטרינען פון זיינע הענט.