24 נאר זייער פארשווערונג איז באקאנט געווארן צו שאולן. און זיי האבן אפילו באוואכט די טויערן בייטאג און ביינאכט, כדי אים צו טייטן.
דינענדיק דעם האר מיט יעדער עניוות און מיט טרערן און נסיונות, וועלכע זענען געקומען אויף מיר דורך די פארשווערונגען פון יידן;
און איז (דארט) פארבלייבן במשך פון דריי חדשים; און היות א פארשווערונג איז געמאכט געווארן פון די יידן קעגן אים, ווען ער האט בדעה געהאט זיך אוועקצושיפן קיין סיריען, האט ער באשלאסן זיך אומצוקערן איבער מאצעדאניען.
ווי אבער עס איז מיר געוויזן געווארן, אז עס וועט זיין א פארשווערונג אויף דעם מאן, האב איך אים תיכף געשיקט צו דיר, באפעלנדיק אויך די באשולדיקער צו רעדן פאר דיר קעגן אים.
און אויב איך בין דאך באגאנגען א פארברעך, און האב געטאן עפעס, פאר וועלכן איך בין חייב מיתה, אויסמיידן איך מיך נישט צו שטארבן; אויב אבער קיין זאך איז נישט (אמת), פון וועלכע זיי באשולדיקן מיך, קען מיך קיינער נישט איבערגעבן צו זיי. איך אפעליר צום קיסר.
פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס.
זיינע תלמידים אבער האבן אים גענומען ביינאכט, און אראפגעלאזט פון דער שטאטמויער, אראפנידערנדיק אים אין א קארב.
אין דמשק האט דער גובערנאטאר פון דעם קעניג ארעטאס באוואכט די שטאט דמשק, כדי מיך צו כאפן;