נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.
און ווען ער איז געקומען קיין ירושלים, האט ער געפרואווט זיך צו באהעפטן צו די תלמידים; און אלע האבן מורא געהאט פאר אים, נישט גלויבנדיק, אז ער איז א תלמיד.
און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז.
און בין אפילו נישט ארויפגעגאנגען קיין ירושלים צו די, (וואס זענען געווען) שליחים פאר מיר, נאר בין אוועק קיין אראביען, און האב מיך ווידער אומגעקערט קיין דמשק.